

סוג הטקסט
שירה
מקור
ארכיון אברהם מלניקוב, הספרייה הלאומית
סימול ARC. 4* 1956 02
נכתב ב
שנה
1935-1939
תאריך
המחצית השנייה של שנות השלושים של המאה העשרים
שפת מקור
יידיש
תרגום
יוסף כסלו
באדיבות
הערות
זכויות
מוגש ברשות פרסום
נמצא באוסף/ים
בשיתוף עם
רוצה לשתף את הדף?
אין גליל העליון
גאט האט זין האנד געעפענט
און האט אלע מאגענס אנגעפילט
א ברכה יאהר:
די קיה זיינען גלאנציג
און די איזלען שפיצען אויף די אויערען
ס'בליהט און ס'גרינט זיך,
די וועלט איז טראגעדיג.
פון די שטײנער ממש --
קען מען מעלקען מילך.
און דער קבוצה-אקס
איז שטארק פארנומען.
ס'וילט זיך און סיגלוסט זיך --
דאפעלט, און א ברכה-יאהר
(אין א ברכה-יאהר)
רוהט די שכינה אין יעדען
טראפען בלוט:
און די שאף האבען פעטע
עקען אנגעלעגט.
און די צאפעם שארפען די הערנער
פיעלע נייע רינגען ווערען אויסגעשמידט
און אוועקגעקייקעלט אין דער אייביגקייט
אין א ברכה-יאהר.
- - - - -
אין א ברכה יאהר
איז אלעס מותר
אלעס כשר
מענש און חיה
אלעם איינם
אין א ברכה יאהר.
- - - - -
די
הערצער ווערען ברייטער
און דער האניג האט (זיך) --
זיין (גליידען) זיסקייט איבערשטייגט.
און די גיפט איז שארפער
פון א זונען-שטראהל
אין א ברנה-יאהר.
און װיבלאך מיידלאך זיך געהערען
און די מיידלאך ווייבלען זיך אין חלום
אין א ברכה-יאהר.
א. מלניקוב.



